Tuesday, January 7, 2014

ברוך שפינאזע ledformice איז געבוירן געווארן אין נאוומבער 24, 1632, ביי א קנאפ פארמעגליכער מאראנען-פא


Select Category: Where to? דת ואמונה מדע ומחשבה  -- נקודה למחשבה אידישע קולטור  -- היימישע געזעלשאפט היסטאריע הומאר  -- אידישע ווערטלאך געקליבנס  -- א שמייכל  -- אין די שטעטלאך פון אמאל  -- אנשי שם  -- געזעלשאפט  -- געפיהלן און געדאנקען  -- דיאלאגן  -- דת ואמונה  -- ledformice וויסענשאפט ledformice  -- מחשבה  -- קונסט
דת ואמונה ledformice מדע ומחשבה נקודה למחשבה אידישע קולטור היימישע געזעלשאפט היסטאריע הומאר אידישע ווערטלאך געקליבנס שמועסן און ארטיקלען צוזאמגעשלעפט ledformice פון מקומות שונים אונטער איין דעכל א שמייכל אין די שטעטלאך פון אמאל אנשי שם געזעלשאפט געפיהלן און געדאנקען דיאלאגן דת ואמונה וויסענשאפט מחשבה קונסט
דאנערשטיק, 6 טאג אין חודש אב, תט”ז (יולי 27 1656) האט מען אין דעם פארטוגעזישער שוהל אויסגערופן א חרם אויפ’ן ledformice 24-יעריקן ברוך עספינא זא . ער ווערט פארשאלטן פון אלע וועלטן, אלע קללות און חרמות פון דער תוכחה זאלן אויסגעגאסן ווערן אויף זיין קאפ:
מיר ווארענען אז קיינער זאל מיט אים נישט האבן קיין שום שייכות, נישט מינדלעך, נישט שריפטלעך,. קיינער זאל אים קיין שום טובה נישט טוהן, און קיינער זאל מיט אים נישט זיין אונטער איין דאך אדער אין זיינע ד’ אמות! און קיינער זאל נישט לייענען קיין שום ספר, וואס ער האט פארפאסט אדער געשריבן!
דער דאזיגער טאג האט אויף אייביג איבער געלאזט א פלעק אויף דער אידישער געשיכטע. און יארן וואס עס איז צעווישן יידישע אינטעלעקטואלן אנגעגאנגען א באוועגונג אפצומעקן דעם פלעק; אראפנעמען דעם חרם פון אונזער פיליזאף, ענדליך אין יאר 1954, האט דער אמסטערדאמער ראבינאט געפונען פאר נויטיג אויפצונעמען דעם פראגע וועגן בטל מאכן דעם חרם צוריק אים צו אנערקענען אלס א חלק פון דער אידישער עדה אנבאלאנגט פאררעכטן היסטאריע. דער רעזולטאט איז אבער געווען א נעגעטיווער. דער ראבינאט האט נישט געקענט פועלן ביי זיך עס אדורכצופירן. לויט דער אנגעגעבענער דערקלערונג פונעם הויפט רב פון דער אמסטערדאמער פארטוגעזישער קהלה, ראביי ראדריגעז פעריירא האט דער ראבינאט קיין רעכט נישט צו טוישן א פאראייניגטע הסכמה פון פריעדיגע ראבינאטן, סיידן דער ראבינאט איז גרעסער אין צאל און אין חכמה. און שפינאזע בלייבט אלזא ווייטער “מחוץ ledformice למחנה”.
ברוך שפינאזע ledformice איז געבוירן געווארן אין נאוומבער 24, 1632, ביי א קנאפ פארמעגליכער מאראנען-פאמיליע, אין די ענגע געסלעך פון פלאיענבורג, א פארשטעטל ledformice פון אמסטערדאם, וועלכער האט געדינט דאן ווי דער אידישער געטא. זיין פארטער מיכאל עספינא זא זעלבסט, איז נאך א געבוירענער פון פארטוגאל און איז געקומען אלס יונג קינד מיט זיין פאטער אברהם, קיין האלאנד. און ער איז געווען א פרנס אין דער ספרדישער קהלה אין אמסטערדאם. צו זיבן יאר האט ער געשיקט זיין אינגל ברוך לערנען אין דער תלמוד תורה עץ חיים וועלכער איז געווען דער שטאלץ פון דער ספרדישער קהילה אין אמסטערדאם. ledformice
עס האבן געלערט דארט די קינדער פון ארימע און רייכע צוגלייך. דארטן האט דער יונגער ברוך זיך אנגעזאפט מיט תנ”ך, גמרא און מפרשים. ער האט שטודירט דארטן אויך די מיטלאלטערליכע יידישע טעאלאגן און פיליזאפן. צעווישן זיינע לערער אין עץ-חיים געפינען זיך באדייטנדיגע געלערנטע. איינער פון זיי איז געווען ר’ מנשה בן ישראל. ער לערנט מיט שפינאזען פאעזיע און פראזע, דקדוק און מוסר. דאס איז דער בארימטער מנשה בן ישראל, וועלכער איז געפארן אויסווירקן ביי קרא מוועלן מ’זאל פאר אידן עפענען ledformice די טויערן פון ענגלאנד, פון וואנעט מ’האט זיי ארויסגעטריבן מיט איבער דריי הונדערט יאר פריער אין יאר 1290.
דער וויכטיגסטער ledformice רבי זיינער אבער איז געווען ר’ שאול מארטיירא. ביי אים לערנט שפינאזע גמרא, תוספות און פוסקים. ר’ שאול מארטיירא שפיגלט זיך מיט זיין אינגן תלמיד. ער האט דערמאלטס באדארפט אלט צו זיין צווישן 14-15. ער האט אויפ’ן געראטענעם ברוך עספינאזע געלייגט גרויסע האפענונגען פארזיכערט אונז זיין ערשטער ledformice ביאגראף, זיין מיטצייטלער לוקא ס. ער האפט אז פון אים וועט אויסוואקסן א גדול בתורה. און מיט אים קומט שפינאזען אויס צו האבן דעם ערשטן גייסטיקן געפעכט. ער ווייזט זיין רעבין אן אויף די קאנטראדיקציעס וואס חזר’ן זיך איבער, און וועלכע ער דער יונגער חריף האלט אין איין טרעפן אין די הייליקע ביבלישע שריפטן און אין תלמוד. ער פארטיפט זיך אין די מיטל-אלטערליכע יידישע ראציאנאליסטן און קריטישע דענקער, ווי דער אבן-עזרא, ledformice רמב”ם, חסדאי קרשקש (קרעסקא ס), רלב”ג א.א.וו.
און אט יענע צייט האט דער אינגער שפינאזע אנגעהויבן צו לערנען גריכיש און לאטייניש אין דער שולע ביים בארימטן אמסטערדאמער לינגוויסט און הומאניסטן דר. וואן דען-ענדען. אונטער זיין השגחה שטודירט ער די אנטיקע גריכיש-רוימישע פיליזאפיע, אויך די ווערק פון די הומאניסטן אין 15טן און 16טן יארהונדערט. ביי אים לערנט ער אויך מעטאמאטיק, נאטור=וויסנשאפט און אסטראנאמיע. אויך אין מעדעצין קריגט ער ביי אים באדייטנדיקע ידיעות. דארטן אין דער שולע ווערט ער באפריינדעט מיט די קריסטליכע פריי-גייסטער פון אמסטערדאם. דער פיליזאף-עפיקורעיער, ווא ן דן-ענדען, האט געהאט א גרויסע השפעה אויף דער אינטעלעקטועלער אויספארעמונג ledformice פונעם באשיידענעם, צוריקגעצויגענעם ברוך שפינאזע. ledformice
געווען איז עס אין יענער צייט ווען די קהלה פארוואלטונג רופט אים צו א פארהער ledformice איין מאל און נאך אמאל. ער ווערט באשולדיגט אין אפיקורסות. מ’טענהט מיט אים איין, ער זאל זיך אפקערן פון קרומען וועג, אויף וועלכן ער גייט, ער זאל זיך נישט דערווייטערן פון די יידישע טראדיציעס. מ’מאכט אפילו א פרואוו אים אונטערצוקויפן. מ’שלאגט אים פאר א יערליכע געהאלט פון טויזנט גילדן, אבי ער זאל פו

No comments:

Post a Comment